דינסטאג ואתחנן
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג ואתחנן=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד ישראל ברוך אונגאר הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: ר' דוד ישראל ברוך אונגאר הי"ו.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער אפגעבן מזל טוב פאר רבינו שליט"א לרגל די שמחת קישור החיתון פון נכדו הרב מאיר אליעזר ט"ב שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הלכות אבילות פון ז' אב און ווייטער.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון קרית יואל, און פארשידענע מעשיות פון די דערפער און שטעטלעך און די אלטע היים.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו - ק"י.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:35.
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב דייטש הי"ו - ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~