שבת קודש פרשת דברים בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת דברים בצל הקודש פון מרן רבינו שליט"א במקום הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר=
אויף שב"ק האבן געוויילט די תלמידי המתיבתא סניף קדושת יואל.
ערב שבת נאך די מקוה האבן איבערגעגעבן תירוצים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה 36 בחורים!
דער רבי האט איבערגענומען די תירוצים מיט א שטארקע קורת רוח און הנאה,
דערנאך האט דער רבי איבערגעקוקט די קונטרס וואס איז ארויסגעקומען פון די 43 תירוצים פון די תלמידי ישיבה סניף קדושת יואל.
ארום 8:55 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י ור"מ בישיבה.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און שלום נעמען, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור אינעם ביהמ"ד דקהל יראים צוזאמען מיט די תלמידי הישיבה און פילצאליגע געסט אנשי שלומינו.
אשת חיל האט דער רבי אנגעהויבן.
הגבהת הכוס: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה יוסף אשכנזי שליט"א - מאנסי - ר"מ בישיבה.
מנוחה ושמחה: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א - מאנסי - ר"מ בישיבה.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עד ועד בכלל או עד ולא עד בכלל.
קה אכסוף: הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א - אב"ד קאריץ ק"י.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק החוזה מלובלין זי"ע וואס די יארצייט געפאלט דעם דאנערשטאג תשעה באב.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו - ב"פ.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:05.
~וביום השבת~
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:45.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ישראל לאנדא הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
פארן ליינען איז פארגעקומען די אפיעל פארן ביהמ"ד דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יואל בר"ח רייזמאן הי"ו - ק"י.
פסוקי שמע ישראל: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.
בעל קורא: הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו - משב"ק.
כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הב' אליקים יודא ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י.
שלישי: ר' אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו - ק"י.
רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו - ק"י.
חמישי: הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו - ק"י.
דעם רבין'ס עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך.
שביעי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
הוספות: הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י ומנהל הישיבה.
הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א.
הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א.
הר"ר מרדכי הערש גאלדמאן שליט"א - מאנטריאל.
הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
ר' משה מארקאוויטש הי"ו - ק"י.
ר' יואל דוב ב"ר יודא פערלשטיין הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו - ב"פ.
הרה"ח ר' זלמן לייב בראך הי"ו - ק"י.
הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו - ק"י.
הר"ר שלמה סעקולא שליט"א - מאנסי - ר"מ בישיבה.
אחרון: הרה"ח ר' יצחק יודא קליין הי"ו - וומ"ס.
מפטיר: הרב נחמן ברי"א כהנא שליט"א - וומ"ס.
הגבה: ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו - ק"י.
גלילה: ר' משה עובדי' מאסרי הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
פתיחה צו אנעים זמירות: הר"ר יוסף עמרם מארקאוויטש שליט"א - ק"י.
מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דער רבי איז אריבערגעקומען אין ביהמ"ד צו די זמירות ודברי תורה ארום 3:05,
מען האט געזינגען ניגוני גלות וגאולה און אידישע ניגונים,
דער רבי האט טועם געווען קוגל און געוואונטשן לחיים,
דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות,
ברוך ה' יום יום: הרה"ח ר' משה כהנא הי"ו.
ברוך קל עליון: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה הדברים אשר דבר משה אל כל ישראל' און נאכגעזאגט אז די ר"ת פון די ווערטער איז 'אדם איכה' און עס אויסגעטייטשט בדרך מוסר אז משה רבינו האט געזאגט מוסר פאר כלל ישראל און געפרעגט איכה ווי האלט מען אויף די וועלט?.
ברכת המזון: הרה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 3:55.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' חיים משה לאנדא הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אהרן שווארץ הי"ו - ק"י.
כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו - ק"י. לוי: הרה"ח ר' יואל רייזמאן הי"ו.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה, עס איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' אהרן יוסף ווייס הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
גלילה: הב' שלמה ב"ר יואל גאלדבערגער הי''ו - וומ"ס.
ביי של"ס איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים פון די פיש,
דער רבי האט מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' מרדכי קליין הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אלה הדברים אשר דבר משה און נאכגעזאגט אז מיטן לערנען תורה שבע"פ די י"ג מדות שהתורה נדרשת בהן איז מען מעורר די י"ג מדות של רחמים,
און דאס ברענגט אז הקב"ה זאל מוחל זיין די עבירות און מען זאל קענען ארויסגיין פונעם ביטערן גלות, און דער רבי האט מעורר געווען מיט בכיות אז מען שטייט שוין 1,955 יאר נאכן חורבן ביהמ"ק ועדיין לא נושענו, און די סיבה איז ווייל מען איז נישט עוסק בתורה כדבעי, און דער רבי האט מעורר געווען זיך מחזק צו זיין בלימוד התורה און דורך דעם זוכה זיין אז והימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה בביאת גואל צדק בב"א.
ידיד נפש: הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
קל מסתתר: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
צו מעריב איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' מרדכי הערש גאלדמאן הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:00 אזייגער זענען אריין תלמידי ישיבת אמרי פנחס קאריץ פון ק"י בהנהלת הר"ר מאיר בערקאוויטש שליט"א וועלכע האבן געוויילט אויף שבת אינעם דערנעבנדיגן PMR רעזארט,
דער רבי האט אויסגעפרעגט יעדע בחור פערזענליך, און דערנאך משמיע געווען דברי ברכה וחיזוק פאר די בחורים.
א גוטע וואך.
~🌴~