מיטוואך דברים
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך דברים=
~ר"ח אב~
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45, עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבת עסק התורה - שיעור ג' וועלכע זענען ארויסגעקומען אויף ראש חודש בצל הקודש.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר דוד ווייס הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הר"ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א - ק"י.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
פתיחה: בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א - מקערעסטיר.
עליות:
כהן: הב' יושע ב"ר בנציון קאהן הי"ו - מאנסי.
לוי: הרה"ג ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א.
שלישי: הב' הבר מצוה.
רביעי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו - ק"י, און דער רבי האט זיך באדאנקט.
הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
גלילה: ר' דוד ווייס הי"ו.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א - מנהל הישיבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור, און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ראש חודש.
ארום 11:40 איז דער רבי צוריקגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מעריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, פאר די פיש האט הבה"ח יודא לייב ב"ר שלום אליעזר וועבער הי"ו - ק"י, געמאכט א סיום אויף מסכת מנחות, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו - לאנדאן, אויף מסכת מכות,
ביים לחיים האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בחורים המסיימים,
מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה, און במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הר"ר ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אין איכה 'גלתה יהודה מעוני' און ארויסגעברענגט אז מען איז געגאנגען אין גלות צוליב עבירות שבין אדם לחבירו, און מעורר געווען נזהר צו זיין באהבת חברים און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין פון גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הר"ר משה גראס שליט"א,
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים,
מען האט געענדיגט ארום 1:00 אזייגער.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
בעל תפילה: הרב יעקב יצחק הורוויץ הי"ו.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:40.
בעל תפילה: ר' דוד ווייס הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~