דאנערשטאג מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:50.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו - ק"י.
ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו - ק"י.
בעל תפילה: הב' בנימין זידא ב"ר אברהם שמואל פריעדלענדער הי"ו - ק"י.
פתיחה: ר' יונה לעוו הי"ו.
עליות:
כהן: הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן.
לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו - וומ"ס.
שלישי: הב' הבר מצוה ב"ר יונה לעוו הי"ו.
הגבה: רבינו שליט"א.
גלילה: הב' הבר מצוה ב"ר אהרן יוסף פריעדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט הבה"ח משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון הייליגן שינאווע רב זי"ע פון זיין בר מצוה.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון הנחת תפילין.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:00 אזייגער.
בעל תפילה: הבה"ח עמרם יואל ב"ר יצחק יודא שאלאמאן הי"ו - ב"פ.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו - וומ"ס.
נאך מעריב זענען די געסט אריבער שלום נעמען.
א גוטע נאכט.
~🌴~