מיטוואך מטו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך מטו"מ=
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:45.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יארצייט, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט פארציילט סיפורים פון זקינו הרה"ק מוואלאווע זצ"ל.
דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה פון מוסדותינו הק' אין ק"י.
דער רבי איז אריין געקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 9:05.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יארצייט פון אמו הרבנית הצדיקת ע"ה.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און הב' אברהם ב"ר יונה בר"א לעוו הי"ו - ק"י, האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה.
דער רבי האט געדאוונט מעריב ביים זמן ר"ת ארום 9:45.
בעל תפילה: הב' אברהם ב"ר יונה לעוו הי"ו.
א גוטע נאכט.
~🌴~