מיטוואך מטות-מסעי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
מיטוואך מטות-מסעי
היינט האבן געהאט די זכי' צו מיטדאווענען מיט'ן רבי'ן ממצוייני תלמידי ישיבה קטנה באר התורה.
ביים אנקומען אין ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט ווי אזוי די בחורים לערנען, און דער רבי האט געשעפט א שטארקע קורת רוח.
דער רבי איז אנגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
בעל תפלה הב' יודל ב"ר נפתלי הירצקא שטיין.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בחורים ווי דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש.
דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות.
דער רבי האט אהיים שפאצירט נאכן דאווענען.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:20 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס מיט עובדות וסיפורים במשנתו פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, משנתו פון רביה"ק זי"ע איבער אייגענע שריט דורך בחורים מלובש בקנאות, בית השחיטה המהודרת קרית יואל, הרחבת גבולי הקדושה פון אידישע געגנטער דורכאויס ניו יארק, ועוד.
א גוטן טאג
~🌴~