דינסטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג פנחס=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור ברוב עם אין היכל הביהמ"ד.
ארום 1:30 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט כנהוג איידערן אפרייזן למנוחת הנפש איבערגעלאזט א קשיא אין די סוגיא וואס מען לערענט יעצט אין ישיבה, די סוגיא פון 'התופס לבעל חב במקום שחב לאחרים',
דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 1:50.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל ברי"ק שעהנברוין הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין די בחורים גבאי 'קופת פקודת הקודש' וועלכע איז געשטעלט צו ארומגיין נאך געלט במשך די חדשי אדר און ניסן לטובת מוסדותינו הק' אין ק"י, אויך זענען אריין די בחורים וועלכע האבן צוזאמגעשטעלט העכער טויזענט דאלער פארן קופה,
דער רבי האט פארטיילט א ספרו לב אהרן חידושי סוגיות עמ''ס ראש השנה-סוכה פאר די בחורים, און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק לויפער הי"ו און הרה"ח ר' יודא טרייטל פעלדמאן הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו און הרה"ח ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די שידוך שליסן פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ווערטהיימער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~