דאנערשטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג חקת בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בהר"ר יואל מאיר פריעדמאן שליט"א.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאך שחרית איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה לצעירים בית אברהם פון לעיקוואד בהנהלת הר"ר אברהם וויליגער שליט"א,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און משמיע געווען דברי ברכה פאר די בחורים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
דערנאך זענען אריין די תלמידי כתה ט' ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל המוסד הר"ר אברהם וויליגער שליט"א און געגעבן ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' אברהם וואלף קויפמאן הי"ו - מאנטריאל און הרה"ח ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' פנחס בר"ה בראך הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל שרגא הירש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 8:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה זענען אריין תלמידי ישיבה קטנה סקווירא פון מאנסי,
דער רבי האט פארהערט די בחורים און משמיע געווען דברי דרוש אויף די וואכעדיגע סדרה און מסיים געווען בדברי הדרכה, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין תושבי שכונת לעיק שאר אין ק"י אינאיינעם מיטן רב הר"ר צבי יעקב בריזל שליט"א אפנעמען ברכת הקודש לרגל די הנחת אבן הפינה פארן נייעם ביהמ"ד פונעם געגענט וואס קומט פאר דעם זונטאג פנחס,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די הרחבת גבולי הקדושה אינעם געגענט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
אויך זענען אריין די רבני וועד הכשרות פון ק"י אין שפיץ פון הר"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א - יו"ר, ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע שאלות און מכשולות בעניני כשרות, צווישן אנדערע איבער די לעצטיגע פראבלעם פון ווערעם אין די פאפריקע און נאך.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ש כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' חיים ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"ד כהן הי"ו און הרה"ח ר' זלמן לייב פעקעטע הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
א גוטע נאכט.
~🌴~