מיטוואך חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך חקת בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז'.
נאך שחרית האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יונתן בנימין העניג ע"ה,
אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו ע"פ אחיו ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל גאלדבערגער הי"ו און הרה"ח ר' יודא לייב ווייס הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יודא לייב לאוב הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברא"מ קרויס הי"ו אין די זאלן פון קרן ויואל משה.
פארנאכטס איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א מגדולי המשפיעים בארה"ק וועלכע איז געקומען אויפטרעטן אלץ נועם הכבוד ביים סיום פון חבורת תורתך שעשועי אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די דרך הלימוד אין ישיבות אינדערהיים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן, און געגעבן במתנה ספרו לב אהרן אויף פרקי אבות.
ארום 8:40 איז דער רבי אנגעקומען צו די זאלן פון גינת קליין ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און משלב געווען מסכת מנחות צו מסכת חולין און ארומגערעדט בשבח פון די לומדי החבורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 9:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ ר' יודא כ"ץ שליט"א - אבד"ק ויצב אברהם מעלבוירן אוסטראליע,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער אידישקייט אין אוסטראליע, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~