דינסטאג חקת בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג חקת בלק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר שמואל אהרן זינגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ה'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה צמח צדיק וויזניץ פון וומ"ס,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אויך זענען אריין בקודש פנימה ת"ת שאגת ארי' פון לעיקוואד,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף הויז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון אנשי שלומינו אין ארה"ק נאך די דערהויבענע באזוך פונעם רב שליט"א בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים, בני ברק, און בית שמש, און בפרט פון די דערהויבענע שבת אין ירושלים, און ווי אויך האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א פריסת שלום געשיקט דורך מרן פוסק הדור ראב"ד ירושלים שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
ביים אנקומען קיין קרית יואל ארום 1:15 האט דער רבי מחדש געווען די לבנה אויף שכונת ברך משה.
א גוטע נאכט.
~🌴~