דינסטאג מטות-מסעי
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דינסטאג מטות-מסעי
דער רבי איז אריין געקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד דקהל יראים - בית אלימלך ארום 8:30
דער רבי האט געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים אלעזר הורוויץ - ק"י
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור ווי מען האט ארומגערעדט סיפורי צדיקים און דערביי האט דער רבי דערציילט פערזענליכע זכרונות פון זיין נסיעה למקומות הקדושים שנת תשנ''ח און איבער די שבת אין וויניצא.
דער רבי האט אהיים שפאצירט נאכן דאווענען.
צווישן אנדערן האט מען גערעדט איבער די די פארמערטע נבחנים ביים ערשטע פארהער אויף מס' כתובות אין ראם פין חבורות יסודי התורה שע"י קהילתינו וואס איז פארגעקומען נעכטן אויפדערנאכט איבער די גארער וועלט.
אין די פארמיטאג שעות ארום 11:30 איז דער רבי געגאנגען שפאצירן.
צווישן אנדערן האט זיך פארצויגן לענגערע שמועסן מיט עובדות וסיפורים פון הרה"ק בעל ישמח משה, קנאות און אהבת ישראל ביים רבי'ן ז"ל, ציצית עבודת יד, אליין כשר מאכן פלייש, ועוד.
א גוטן טאג
~🌴~