דאנערשטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג קרח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חיים מאיר ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א סוגיא שיעור בשיעורי הישיבה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת בית שמעון בעלזא פון ב"פ,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, דערנאך האבן די בחורים געזינגען עטליכע ניגונים, און אריבער מקבל זיין ברכת הקודש ווי דער רבי האט פארטיילט א פרי פאר יעדע בחור און געוואונטשן ברכת קדשו.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו און הרה"ח ר' אברהם יעקב כהן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' שלום ציק הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברש"א גאנדל הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 1:10 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא,
דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
ארום 9:45 זענען אריין בקודש פנימה העסקן הנמרץ שליח ביד"צ הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו - יו"ר מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט די רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.
ארום 10:10 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו און הרה"ח ר' אברהם הערשקא הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' אלי' יודא ראטה הי"ו און הרה"ח ר' אשר אנטשיל ווייס הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך ארום 10:30 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש די מעמד קבלת פנים פארן ראש המצילים הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, ובני וחתני רבינו שליט"א, ורבני וועד משמרת חומותיך ירושלים,
צום ערשט האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א וואס האט אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער האט געהאט מיטן מיליטער, און וויאזוי די מרכז האט אים ארויסגעהאלפן,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א וועלכע האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס ומרבני וועד משמרת חומותיך, און ארויסגעברענגט די דבר הועד,
דערנאך האט הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות אויב ס'וועט זיין געניג געלט, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו מרן הייטב לב זי"ע צו באפרייען בחורים פון מיליטער, וכ"ש צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער וואס עס איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד נאכן דינען אין מיליטער, און דער רבי האט געזאגט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויועץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם,
און ארויסגעברענגט די פליכט וואס ליגט אויף אנשי שלומינו צו שטיצן די מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו שחפץ ה' בידכם יצליחו,
מען האט געענדיגט ארום 11:10.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ גאב''ד בוינעס איירעס שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין ארגענטינע און די פילע פעולות פונעם רב שליט"א לרומם קרן התורה וחסידות אין ארגענטינע,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~