מיטוואך קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך קרח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין פון בארא פארק,
דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער שלום נעמען און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יונה גוטמאן שליט"א און הרה"ח ר' יואל האלפערט הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' פישל גאלדשטיין הי"ו און הרה"ח ר' ישראל דוד רוטנער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
נאך די חופה אין כינור דוד האט דער רבי באזוכט ביי די בוי ארבעט הונטערן בנין הת"ת ווי מען האט אראפגעווארפן די בנין ישיבה קטנה סניף ישמח משה צו מאכן פלאץ פארן נייעם ריזן בנין הת"ת וואס מען הייבט אן בויען אין די קומענדיגע וואכן.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער.
א גוטע נאכט.
~🌴~