דינסטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג קרח=
~בדר"ח תמוז~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ברך משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא רובין שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מראפשיץ שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישעי' גראס הי"ו.
ב"ר אשר לעמיל גלויבער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות,
ביים ליינען האבן עולה געווען,
כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: כ"ק אדמו"ר מראפשיץ שליט"א.
רביעי: רבינו שליט"א.
צו מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר אלי' גראס שליט"א מבערבעשט.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה,
מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
סנדק: כ"ק אדמו"ר מראפשיץ שליט"א.
סנדק מעומד: הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א.
ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל שמואל שמעלקא נאך די זיידע הגה"צ אב"ד סוליץ זצ"ל, שווער פון הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א און שווער פון האדמו"ר מראפשיץ שליט"א.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב ליפא רובין שליט"א, די זיידע האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, און די עלטער זיידע הגה"צ אב"ד וואלאווע שליט"א,
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב יושע לאבין שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה.
מען האט געענדיגט ארום 2:15.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פארן יולדות.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הר"ר שלום אלי' ראבינאוויטש שליט"א - ראה"כ 'כולל אהל נחום' אין ביתר,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער ראה"כ האט געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע ספרים וואס די כולל האט ארויסגעגעבן אויף שו"ע הרב, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~