מאנטאג קרח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג קרח=
~אדר"ח תמוז~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בנין קעפעטש אויף די קארלסבורג גאס אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה דרכי תורה פון מאנסי בהנהלת הר"ר שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די בחורים וואס האבן עוסק געווען בתורה פארן דאווענען מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יושע וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה', און ארויסגעברענגט אז מען דארף בעיקר זען צו ארבעטן סזאל זיין 'ובתוכם ה' מען זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן 'אין' זיך די פנימיות זאל זיין תוכו כבראו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת ישיבה ספרינג וועלי,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים דוד פריעד הי"ו און הרה"ח ר' מאיר שפיטצער הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' חיים משה כ"ץ הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברי"ח גרינוואלד הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:45 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הר"ר יעקב ג'יאן שליט"א רב פון אומאן - אוקריינע,
עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מצב פון די אידן אין אוקריינע בכלל און אין אומאן בפרט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל יוסף שטעסל הי"ו און הרה"ח ר' ישראל יעקב ווייס הי"ו,
און פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל שטערן הי"ו און הרה"ח ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
ארום 11:50 איז דער רבי אנגעקומען בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא רובין שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און די גאנצע משפחה,
דערנאך האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.
אי"ה מארגן דינסטאג בדר"ח תמוז וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד ברך משה און נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה און די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.
א גוטע נאכט.
~🌴~