מיטוואך שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק גרינוואלד הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק משה גראס הי"ו.
ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי באטייליגט ביי די לויה פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה בבית מדרשו אויף סאטמאר דרייוו,
דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד לפני מיטתו און דערנאך מלוה געווען די מטה.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען צום שטוב פון הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט צוגעשטעלט דורך הנהלת מבצר הכוללים לכבודו פון הרה"ח ר' בערל הי"ו - חבר הנהלת הכולל,
דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' בערל הי"ו האט אפגעקויפט די זכות פון א שער אינעם שטאק וואס ווערט יעצט צוגעבויעט אינעם מבצר הכוללים,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות און דערנאך געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
ארום 9:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו און הרה"ח ר' משה הערש בראך הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הר"ר ברוך צבי מרדכי טאנצער שליט"א ראש הכולל חסדי דוד אין ירושלים עיה"ק וועלכע פארמאגט אינטער זיך זעקס כוללים מיט הונדערטער אינגעלייט,
עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פילע ספרים וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון די רבני ולומדי הכולל און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~