דינסטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג'.
אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז געקומען אויף א באזוך ביי רבינו שליט"א הרה"ג ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א - דומ"ץ בעלזא מאנסי, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, די דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת בצל הטוב און דער רבי האט צוריק געגעגעבן ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס ארום 8:45 איז דער רבי צום ערשט אנגעקומען צו ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן לע"נ הרה"ח ר' שמואל דוד מאשקאוויטש ז"ל - מלמד מומחה במוסדותינו הק' רבות בשנים, געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' אין וומ"ס,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א צו טאנצן מיטן ספר תורה, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פאר די עסקנים.
דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 1:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
"ושפטו העם משפט צדק"
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה רבני כוללינו ראשי חבורות חושן משפט אינאיינעם מיט די ראשי הכולל לרגל דאס עפענוג און גרינדונג פונעם נייעם בית דין צדק לעניני ממונות אין וומ"ס ווי דער רבי האט ממנה געוועהן הרה"ג ר' עמרם ראזנער שליט''א בן הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א - ראש חבורת חושן משפט בכוללינו, הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט''א - מו''ץ בקהילתינו לעניני ממונות, און הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א - מו''ץ בקהילתינו צו דינען אלס חברי הביד''צ, דערביי האט דער רבי ממנה געוועהן הר''ר חיים צבי ווייס שליט''א בן הרה''ג רבי יעקב שליט''א צו דינען אלס ספרא דדיינא,
דער רבי האט אנגעגעבן פארשידענע הוראת הקודש צווישן אנדערע ח''ו נישט זיך מישן אין מחלוקות נאר צו שטיין להורות לבני ישראל ולעשות שלום בין איש לאחיו, און ווארעם אנגעוואונטשן די חברי הביד''צ שלא יצא מוכשל תחת ידם.
עס איז געקומען אויף א באזוך הרה''צ רבי אלכסנדר אשכנזי שליט''א האדמו''ר מאלעסק, אינאיינעם מיט בני קהילתו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות אינעם ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן לע''נ אביו כ''ק האדמו''ר מאלעסק זצ''ל,
דער רבי האט געשריבן עטליכע אותיות, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות,
דער רבי האט געמאכט א לחיים אין ווארעם אנגעוואנטשן האדמו''ר מאלעסק שליט''א לרגל שמחת נישואי בנו למז"ט וואס איז פארגעקומען פארגאנגענע וואך, און פאר בני משפחתו און פארן גאנצן ציבור.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד אויף 500 בעדפארד,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן נדבן און די גאנצע משפחה.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך ישיבה עסק התורה ראחמיסטריווקא לזכות רבם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א ולרפו"ש,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די ישיבה וועלכע איז לאקירט אין סטעטן איילענד און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הר"ר מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א - מנהל הישיבה, נכד האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א, און פאר די אנוועזנדע ציבור חסידי ראחמיסטריווקא.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~