מאנטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג שלח=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל הרה"ח ר' יואל יעקב שעהנברוין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים אלי' לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א - מנהל הישיבה.
ב"ר חיים פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יואל אלי' גליק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחור, פארן מנהל, און פאר אלע תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון אויסניצן די אינגע יארן, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:20 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' לייבוש ליכטענשטיין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
דערנאך איז דער רבי געפארן קיין שיכון סקווירא ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביים צענטראלן שמחת השבע ברכות לנכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 8:15, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן און מחותנים, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א,
דער רבי האט פארלאזט די שבע ברכות ארום 8:40.
זמני כניסה איז געווען פון 9:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"א היילברוין הי"ו און הרה"ח ר' יעקב קליין הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
א גוטע נאכט.
~🌴~