זונטאג שלח
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג שלח=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר וואלף שעהר הי"ו.
ב"ר יו"ט ליפמאן לעווי הי"ו.
ב"ר שמואל צבי שפיטצער הי"ו.
ב"ר שלמה פנחס שווימער הי"ו.
ב"ר שמואל שטיינבערג הי"ו.
ב"ר יקותיאל יודא ראובן בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש הרה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א - ראש חבורת נחלת יעקב בארה"ק,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בתורה וחסידות, און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 1:00 אזייגער האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' פון בארא פארק,
ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים ובראשם כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה''צ גאב''ד קהילתינו ב''פ שליט"א, הגה''צ אב''ד קהילתינו 15 שליט"א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אב"ד בית אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר,
דער רבי איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע און ניגונים פון לימוד התורה,
דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער,
עס האט אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א וועלכע איז א זיידע פון איינע פון די חתני החומש, און הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו - מנהל המוסדות,
דער רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכבוד די חתני החומש, און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה פון די יעצטיגע צייט וויבאלד די התחלה איז חצי הכל, און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים זאגענדיג אז ער האט אויך דא א אור אייניקל, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן,
מען האט געענדיגט ארום 3:30.
דערנאך איז דער רבי אריין אין חדר סעיקלהעיד בביהמ"ד הגדול ווי עס איז פארגעקומען א אסיפה מיט די וועד בעלי בתים לעניני טעכנעלאגיע שע"י מוסדותינו הק',
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען און מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, און פארטיילט א ספר אלץ אות הכרת הטוב פאר די פילע פעלות לטובה פון די וועד, און געוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א ולרפו"ש,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין ק"י.
ארום 7:10 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה"ח ר' יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו און הרה"ח ר' יואל ברמ"י הירש הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:15 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרב מרדכי מלכא שליט"א רב דקהלות הספרדים באלעד,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בעניני סת"ם בעדת הספרדים, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ח ר' דוד ביקעל הי"ו און הרה"ח ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
א גוטע נאכט.
~🌴~