שבת קודש פרשת בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת בהעלותך=
ארום 8:50 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:20.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:45 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו - מנהל מוסדותינו בית שמש.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אברהם שווארץ שליט"א - ב"ב.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א - דומ"ץ קארלסבורג וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ויאמר משה אל חובב בן רעואל המדיני חותן משה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון מקבלים גרים.
קה אכסוף: הרה"ג ר' אברהם עקשטיין שליט"א - אב"ד באונעס איירעס.
ברכת המזון: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק ר' שלמה'לע מונקאטשער זי"ע וואס די יארצייט איז געפאלן שב"ק כ"א סיון.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א - מו"ץ בקהלתינו אנטווערפען.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:35.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שטיין הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם חיים פריעדמאן הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' מאיר יששכר קאהן הי"ו - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו - מאנטריאל.
שלישי: החתן אברהם ב"ר יעקב יוסף האפמאן הי"ו - באווארפען.
רביעי: הרה"ג ר' אלטר יוסף הערש סופר שליט"א - מו"ץ.
חמישי: הרה"ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' בנציון בר"מ כ"ץ הי"ו.
ר' יעקב מרדכי לוי טייטלבוים הי"ו.
ר' מענדל מאיר שווארץ הי"ו.
שביעי: החתן יוסף יושע ב"ר מרדכי יודא שווארץ הי"ו.
הוספות: החתן ב"ר אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו.
החתן ליפא ב"ר יואל קויפמאן הי"ו - משמש.
החתן הערשל ב"ר משה אליעזר זאלדאן הי"ו. אחרון: הרה"ג ר' מאיר וויינבערגער שליט"א.
מפטיר: הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' ארי' האפמאן הי"ו - מאנסי.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברח"י רובין הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו - מאנסי.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:50.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' מענדל הערש כהנא שליט"א.
לוי: הרה"ח ר' שלמה ווערצבערגער הי"ו - משמש דקהלתינו וומ"ס.
שלישי: הרה"ג ר' בעריש ראזענבערג שליט"א - וומ"ס.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום יצחק שעהר הי"ו - אנטווערפען.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בהעלתך את הנירות און ארויסגעברענגט אז הדלקת המנורה האט משפיע געווען יראת שמים דורכדעם וואס מען האט זיך איינגעקוקט אויף די נירות המנורה, און דאס קומט ווייזן די גרויסקייט פון א ראי' סיי קוקן אויף א צדיק און סיי אריינקוקן אין ספרי קודש, און די זעלבע ח"ו פארקערט די גודל הפגם פון א ראי' אסורה,
און שטארק מעורר געווען מען זאל זען אויסצוניצן די כח הראי' פאר גוטע זאכן און דאס איז משפיע גרויסע השפעות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי"ו - לאנדאן.
קל מסתתר: הרה"ח ר' משה ווערצבערגער הי"ו.
פארן בענטשן האט דער רבי מוסיף געווען אויף די תורה און פארציילט א דבר פלא אז ווען רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט באזוכט אין די מיידל קעמפ איז דער רבי זי"ע געזיצן אויף א באס אין פארנט, און ארומגעפארן צווישן אלע מיידלעך און זיך אויסגעדריקט אז ער וויל אז די קינדער זאלן קענען קוקן אויף זיין צורה.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: החתן וואלף ב"ר בערל שטיין הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט שבע ברכות.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר אברהם שווארץ שליט"א.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 11:20.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל עפשטיין הי"ו צום שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, צווישן אנדערע איבער דאס וואס הרה"ח ר' יואל הי"ו האט איינגעפירט אין זיין ריזן 'פעבואווד' פירמע אז מען טאר נישט אריינברענגען קיין סמארטפאון בשעת די ארבעט, און ארויסגעברענגט די גרויסע פראבלעמען וואס די כלים מאכן אן פאר ביזנעס,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצע משפחה.
א גוטע וואך.
~🌴~