פרייטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג בהעלותך=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הר"ר שלמה אלימלך שטיין שליט"א, בבנין גאלדשטיין אויף די רימנוב גאס.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר שלמה זלמן ווייס הי"ו.
ב"ר יואל דאנא הי"ו.
ב"ר יעקב הלל ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר ראובן מיכאל כיבודי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, און פאר די תלמידי הישיבה,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז מען קען נאר קונה זיין תורה אויב האט מען יראת שמים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
די קינדער האבן געזינגען א ניגון, און דער רבי האט פארהערט די קינדער און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
א גוט שבת.
~🌴~