דינסטאג בהעלותך
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בהעלותך=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברי"מ לאנדא הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
נאכן דאווענען איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה ת"ת תפארת אלימלך פון פלעטבוש,
דער רבי האט פארהערט די לימודים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו און ר' לייבוש טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון כתר ריזל.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת ר' דוד מרדכי שווארטץ ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ראשי הקהילה והמוסדות פון דזשערזי סיטי מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די מעמד יציקת הבורות וואס קומט פאר דעם קומענדיגן זונטאג פארן מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דזשערזי סיטי,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.
א גוטע נאכט.
~🌴~