מאנטאג נשא ב'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נשא ב'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אליעזר ניסן פאגעל הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' שמעון אלעזר בערגער הי"ו - ב"פ ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ישמח משה לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א בן הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' ליפא טייטלבוים שליט"א - אב"ד סאסוב ב"פ, חתן הגה"צ רב דקהלתינו 15טע עוו. ב"פ שליט"א.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה,
רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות.
סנדק מעומד: הגה"צ אב"ד קאזלאוו מאנסי שליט"א.
ברכות: הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א, ויקרא שמו בישראל פנחס מרדכי.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחור.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד,
ביים סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה די אבי הבן הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, און די עלטער זיידע הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א,
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, און פאר די חשובע זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און מיט די הרחמן'ס מכבד געווען די בני המשפחה.
מען האט געענדיגט ארום 1:30.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה בר"א סימאן הי"ו און ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו און ר' אשר מענדל כהנא הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.
ארום 8:15 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.
"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"
נאך מעריב ארום 12:50 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים לרגל דאס שידוך שליסן פון בתו הכלה למז"ט, עב''ג החתן פרע"ח הרב אלחנן חיים בן הרה''ג רבי הערשל מייזליש שליט''א רב דביהמ"ד בית נחום דוב דקהלתינו הק' בוומ"ס, בן הגה"צ רב דקהלתינו מאנטריאל שליט"א וחתן הרה"ג ר' ארי' לייבוש טייטלבוים זצ"ל.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער די גרויסע יחוס פון די חתן וכלה, און איבער די ווייץ שניט ווי דער רבי האט ארומגערעדט מיט התרגשות איבער דאס וואס מען האט היינט געשניטן די ווייץ אין אריזאנע לקראת יו"ט פסח תשפ"ד הבעל"ט, און ארויסגעברענגט די פילע הידורים פון די היינטיגע ווייץ, מצות, און שחיטה,
מען האט געמאכט די קבלת קנין, און מען האט געזינגען ניגוני שמחה,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די בני המשפחה, און אנגעוואונטשן טעלעפאניש פארן זיידן גיסו הגה"צ מאנטריאל'ע רב שליט"א.
אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה, מען האט געענדיגט ארום 1:50.
א גוטע נאכט.
~🌴~