מיטוואך נשא א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך נשא א'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חזקי' ראטה הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' ישעי' הערש שפיטצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ"ד האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט פון די גאלעריען וועלכע ווערן צוגעלייגט פאר די טויזענטער וועלכע קומען זיך מסתופף זיין בצל הקודש אויף יו"ט שבועות.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יצחק אייזיק פישער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די ריכטיגע הכנה צו מתן תורה איז נאר דורך לימוד התורה, און מעורר געווען די בחורים זיך צו באטייליגן ביים מעמד עסק התורה פון לערנען צוויי שעה דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 3:15 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וחובת השעה פאר די בחורים פון אלע סניפים און געהערט דורך א הוקאפ דורך אלע בחורי ישיבות קטנות בכל קצוי תבל,
דער רבי האט ארויסגעברענגט אז די קירבה יתירה וואס כלל ישראל האט זוכה געווען ביי מתן תורה איז נאר געווען וויבאלד די אידן האבן געזאגט נעשה ונשמע און נישט געפרעגט קיין קשיות, און דער רבי האט ממשיך געווען זאגענדיג אז יעדע דור האט זיך זיין יצר הרע און זיינע נסיונות, די היינטיגע נסיון איז די נייע AI טעכנעלאגיע ווי מען פרעגט פון א משיב און די משיב איז די ס"מ אליינס! און דער רבי האט גע'אסר'ט באיסור גמור זיך צו באניצן מיט דעם און געזאגט אז ניטעמאל זאל מען פרעגן פארוואס ווייל אויב פארשטייט מען די פראבלעם טויג שוין אויך נישט, און דער רבי האט מסיים געווען אז אין זכות פון זיך מקבל זיין בשב ועל תעשה וועט מען זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה באנפין נהירין און כל טוב סלה, דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 3:30.
ארום 6:45 איז דער רבי אנגעקומען צום בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע"נ הרה"ח ר' עקיבא צבי גאנץ ע"ה - מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 7:50 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב געציילט די לעצטע ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~