דינסטאג נשא א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג נשא א'=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הר"ר וואלף לאנדא שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יעקב קאהן הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווא זצ"ל, וואס די היכל הישיבה איז נתנדב געווארן דורך רביה"ק בעל ברך משה זי"ע לע"נ חותנו הבעל הילולא זצ"ל.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק ודברי הכנה ליו"ט שבועות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
ארום 11:30 איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רבי יוסף רוקח שליט"א רב דביהמ"ד קול אליהו לרגל די שמחת החאלאקע פון בנו הילד כמר מאיר ני"ו,
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און די ציצית און געוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט זיך דער רבי געוואשן צו פת שחרית ווי עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן איבער פארשידענע מנהגים און איבער הרה"ק בעל אהבת ישראל מ'וויזניץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געווען נעכטן ב' סיון, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס, מען האט געענדיגט ארום 12:30.
ארום 6:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו צום כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך בני וחתני הר"ר מאיר יוסף רובין ע"ה און איז געווארן אריינגעגעבן אין ביהמ"ד בעהוץ,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און דערנאך געמאכט א לחיים ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די אנוועזנדע רבנים מבני המשפחה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווא זצ"ל.
ארום 7:20 איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ארום 8:30 איז דער רבי אנגעקומען צו בית מדרשינו בית מנחם צבי אויף וואלעבאוט צום שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' אהרן ברד"ש עקשטיין הי"ו,
דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
זמני כניסה איז געווען פון 9:10 ביז 12:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~