מאנטאג נשא א'
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג נשא א'=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
אויך זענען אריין די גבאי קופת חתנים מקבל זיין ברכת קדשו פון רבינו שליט"א לקראת די בעפארשטייענדע 'מצוה טאנץ' ראפעל קאמפיין לטובת הקופה תיכף נאך יו"ט שבועות הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די גבאים.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
פארנאכטס זענען אריין בקודש פנימה חברי וועד העירובין שע"י בית הוראה דקהלתינו הק' אין שפיץ פון הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א ווי מען איז איבערגעגאנגען די פריש פארענדיגטע עירוב מאפע פון קרית מלך רב קרית יואל און אלע אירע געגענטער,
מען האט אויסגעשמועסט די פילע דעטאלן וואס די עירובי תחומין און עירובי חצרות נעמט אריין אין זיך און איבערגעגאנגען פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך יעדע שטיק צייט, און דער רבי האט ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו שלא יצא מכשול מתחת ידינו
אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות בהלכות בשר וחלב וואס זענען לעצטענס אויפגעברענגט געווארן אינעם בית הוראה, און רבינו שליט"א אינאיינעם מיטן דיין שליט"א האבן אינאיינעם אויסגעארבעט די מהלכים לכאן ולכאן.
ארום 8:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
נאך מנחה האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי צו באשיינען די דינער השנתי 'עלי עשור' פון מוסדותינו הק' אין מאנסי וואס איז פארגעקומען אין די זאלן פון וואלי טעררעס,
ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין א זייטיגע שטיבל ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב,
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל, און דערנאך געציילט ספירה פארן עמוד,
ארום 9:45 איז דער רבי אריינגעקומען אינעם זאל און זיך באגריסט מיט רבני קהלתינו הק',
עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו וועלכע האט אויסגעריפן די גרעסערע נדבנים וועלכע זענען זיך משתתף מיט גרעסערע סכומים פארן דינער,
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יעקב יצחק אבערלענדער הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן די פינאנציעלע מצב פון מוסדותינו הק',
דערנאך זענען געווארן פארגעזינגען חרוזים איבער די השתלשלות פון מוסדותינו הק' במשך די לעצטע צען יאר געזינגען דורך תלמידי מוסדותינו הק',
דערנאך האט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די חשיבות פון מחזיקי תורה און ארומגערעדט בדברי שבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי זאגענדיג אז יעדע מאל מ'קומט קיין מאנסי דערקענט מען נישט דאס פלאץ נאכדעם וואס ס'ווערט בעסער און גרעסער בכמות ובאיכות,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די סדר הלימוד פון לערנען צוויי שעה דעם צווייטן טאג שבועות פארן דאווענען און מעורר געווען עס ממשיך צו זיין ביתר שאת ועוז, און דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנשי שלומינו אין מאנסי וואס פאלגן אויס די תקנות וואס מען האט מתקן געווען איבער די כלים הטמאים, און געזאגט אז די זעלבע דארף זיין בנוגע מלבושים ווי מען דארף אכטונג געבן נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך די גוי'אישע מאדעס, און אויפגעפאדערט פון מוסדותינו הק' צו שטיין על המשמר ס'זאל זיך נישט אריינכאפן די גוי'אישע מלבושים, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
דערנאך איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי מחותנו הגה"צ אב"ד טערצאל שליט"א לרגל די שמחת הכנס"ת וואס הגה"צ טערצאל'ע רב שליט"א האט נעכטן אריינגעגעבן בבית מדרשו,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער מנהגים פון הכנס"ת און איבערן קרן לדוד זצ"ל וואס איז נעכטן געווען די יארצייט,
הגה"צ טערצאל'ע רב שליט"א האט מכבד געווען מיט לחיים און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 11:45 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין ק"י.
א גוטע נאכט.
~🌴~