דאנערשטאג פנחס
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
דאנערשטאג פנחס
ארום 8:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפלת שחרית אין ביהמ"ד דקהל יראים בית אלימלך אין בעטעלהעם ניו העמפשיר.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי. נאכן ליינען האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עלי'.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט.
אויפן וועג אהיים האט מען ארום געשמועסט זכרונות פון ניו העמפשיר, און פון די גדולי הדור וואס פלעגן דארט קומען אויף אפרוה.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט"א געגאנגען שפאצירן, צווישן אנדערע האט מען ארומגערעדט אינעם מציאות אין איבערן חלק הלכה וואס איז נוגע למעשה במקומות הנופש איבער זמנים שקיעת החמה זמן רבינו תם און נאך.
א גוטן טאג
~🌴~