דאנערשטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג במדבר=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל ברנ"ד העללער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארנאכטס איז דער רבי אנגעקומען אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם מאיר הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 8:40 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:40 אויפדערנאכט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' אביגדור שלום מייזעלס ע"ה, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד אהל פיגא,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
עס איז געקומען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א - גאב"ד פשעווארסק וומ"ס,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו און ר' זלמן לייב שרייבער הי"ו,
און פון די מחותנים ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו און ר' יואל מאיער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~