מאנטאג במדבר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג במדבר=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אשר מענדל כהנא הי"ו.
ב"ר יקתואל יחזקאל שרגא וויינבערגער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג' ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט די ווייטאג אז מען קומט בשם סאטמאר און מען לויבט אויס די מדינה און אירע חברי כנסת המינים, און שארף ארויס געטרעטן קעגן די מהרסי כח הבד"ץ וואס האבן אלעס געטון אויף די אייגענע האנט און נישט אנגעפרעגט ביים בי"ד הגדול שבירושלים.
מען קען הערן די גאנצע תהילים שיעור בדברים חוצבים להבות אש אויף "קול סאטמאר" 845.537.4000 אויף 4-2-2 פון די מעין מעניו.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:00 אזייגער ביז 12:35 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:20 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אפרים ווייס הי"ו און ר' יוסף יואל כהן הי"ו אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:35 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. פאר מעריב האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדהל"ק פון דודו הרה"ק ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל הי"ד אב"ד סיגוט, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה.
ביים אנקומען לביתו נאוה קודש אויף צאנז קט, האט די רבי מקיים געווען די מצוה פון שליח הקן אין חצר פון ביתו נאוה קודש
"למען יטב לך והארכת ימים"
א גוטע נאכט.
~🌴~