דאנערשטאג בה''ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דאנערשטאג בה''ב =
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ברך משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יואל ברז''ל הכהן גליק הי"ו.
ב"ר עמרם אקער הי"ו -תאומים.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:35 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:40 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' משה יצחק איצקאוויטש הי"ו און ר' יושע ביקעל הי"ו,
און פון די מחותנים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו און ר' יואל מענדלאוויטש הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:40 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
~🌴~