מיטוואך בה''ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך בה''ב =
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם יואל משה יאקאבאוויטש הי"ו.
ב"ר ארי' בר"י הערשקאוויטש הי"ו,
דערנאך האט רבינו שליט"א געצינדן לעכט לרגל יודהל"ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זצוק''ל,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:30 מיטאג האט רבינו שליט"א פארלאזט בית נאוה קודש אויפן וועג צום סטוארט לופטפעלד פון ווי רבינו שליט"א איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטע פליגער קיין ראוד איילענד אויף ביקור חולים ביי הרבנית הצדיקת תליט"א וואס געפונט זיך דארט אויף א קורצע זמן פאר א באהאנדלונג, ארום 5:25 האט דער פריוואטע פליגער געלאנדעט אין סטוארט לופטפעלד ווי רבינו שליט"א האט זיך אומגעקערט לביתו נאוה קודש.
ארום 8:25 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן לעכט לרגל יודהל"ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זצוק''ל,
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 12:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:40 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישעי' סאקס הי"ו און ר' יעקב שלמה רובינפעלד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ בבי"ד שערי הוראה בבני ברק. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בדברי תורה וחסידות און רבינו שליט"א האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:20 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
~🌴~