דינסטאג בה"ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג בה"ב=
~ל"ג בעומר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא פארגעס - וומ"ס, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' הערשל בר"י מיטטעלמאן, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בר"ב פיש, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הר"ר דוד שלמה לאוב שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק'.
ארום 12:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום מסיבת לחיים ברוב עם אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה פון אלע סניפים,
ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוטן,
דערנאך האט מען געזינגען ניגוני התעורורות.
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר דער בר מצוה בחור און פארן גאנצן ציבור,
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען:
בר יוחאי: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' סניף דברי יואל.
ואמרתם כה לחי: הר"ר מענדל פריעדמאן שליט"א - בן הגה"צ דומ"ץ דקהלתינו הק' בארא פארק, ור"מ בישיבתינו הק' סניף קדושת יואל.
אמר רבי עקיבא: הרה"ח ר' שמואל קרויס שליט"א - ר"מ בישיבתינו הק' סניף ברך משה.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש ווי דער רבי האט ארומגערעדט לענגערע דברי דרוש במשנתו של רבי שמעון בר יוחאי, און ארויסגעברענגט אז די תורה הק' הייבט זיך אן בראשית ברא, בראשית איז ר"ת אור תורת רבי שמעון בר יוחאי, לכאורא וואס איז די שייכות פונעם הייליגן תנא צו התחלת התורה.
נאר די אומות העולם זענען מקטרג אז אידן דארפן בטל ווערן ברוב, כי אתם המעט מכל העמים,נאר די הלכה איז אז איינעמ'ס א חפץ ווערט נישט בטל אין יענעמס, דערפאר ווייל אידן זענען חלק ה' עמו, אונז באלאנג מיר פאר השי"ת דערפאר ווערן מיר נישט בטל.
רבי שמעון האלט אז מען קען קונה זיין אן עבד מיט הגבהה, און דורכדעם האט דער אויבערשטער אונז קונה געווען בקנין הגבהה דורך ואשא אתכם על כנפי נשרים, קומט אויס אז דורך שיטת רבי שמעון ווערט בטל די טענה פון די אומות העולם אז אידן זאלן בטל ווערן ברוב.
היינט ביומא דהילולא פון רבי שמעון בר יוחאי מאכט זיך יעדע איד א חשבון אז אונז ווער מיר נישט בטל צווישן די אומות העולם, נאר אין זכות פון רבי שמעון, און דורכדעם וואס דער אויבערשטער איז אונז קונה איז זיך דער אויבערשטער מרחם אויף אונז, דאס ברענגט אריין א געוואלדיגע שמחה א שמחה אילעא אינעם היינטיגן טאג.
אז אונז האבן די זכי' צו זיין אן עבד ה', דאס זאגט רבי שמעון אנא עבדא דקודשא בריך הוא, ווייל דער אויבערשטער האט אונז קונה געווען.
און דער רבי האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז דער זכות התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי זאל מגין זיין אויף אונז, און אונז זאל מיר זוכה זיין צו התרוממות קרן התורה וישראל בהתגלות כבוד שמים עלינו בב"א.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
ארום 6:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומ''ס ווי דער רבי האט מעריך געווען דעם שלחן הטהור לכבוד היום.
ארום 7:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה אין חדר א' בבית מדרשינו הגדול אין וומ"ס.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן צבי וועבער הי"ו.
ארום 8:05 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צום עריכת שלחן הטהור לכבוד היום בהיכל בית מדרשינו הגדול אין וומ"ס, במקהלות אלפי אנשי שלומינו זקנים עם נערים.
צום ערשט האט רבינו שליט"א געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט בשמחה אילעא לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, דערנאך האט זיך רבינו שליט"א געוואשן צום סעודה לכבוד היום.
בשעתן טיש איז פארקויפט געווארן די זכות הדלקת הנירות לכבוד התנא אלוקי, און איז אפגעקויפט און אנגעצינדן געווארן דורך הרה''ח ר' אהרן צבי מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ, און הרה''ח ר' אברהם בראך הי"ו.
פאר די פיש האט רבינו שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און פארציילט אז אמאל ראש השנה פאר תקיעות שופר איז דער הייליגער דברי חיים אריינגעקומען און גלייך געמאכט די ברכה על תקיעות שופר און נישט געזאגט די אלע מזמורים כנהוג, האט דער זוהן דער היליגער שינאווער רב געזאגט אז מ'זאל נישט מיינען אז אזוי איז דער מנהג, נאר דער טאטע דער דברי חיים איז געווען אזוי פארקאכט אז ער האט פשוט פארגעסן פון די אלע מזמורים און גלייך געמאכט די ברכה.
האט דער רבי ממשיך געווען אז פאריגע וואך ביים שמחת הבר מצוה פון די ערשטע אור אייניקל ביים אריינקומען האט מען געטאנצן, און בעצם איז עס אן אפענער מגן אברהם אז מען טאר נישט טאנצן, נאר פון גרויס התרגשות האט מען פשוט פארגעסן אז ס'איז די ימי הספירה.
נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט מען געזונגען ווארימע ניגונים,
נאך די זופ האט האט מען ממשיך געוועהן מיט שירה וזמרה מיט ניגוני שמחה און רבינו שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט אין א פלאם פייערדיגע ריקוד קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען ממשיך געוועהן מיט די סעודה לכבוד היום.
דערנאך האט מען פארגעזונגען די זמירות לל''ג בעומר.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען האדמו"ר מזידיטשוב חרדים שליט"א
מען האט געזינגען בר יוחאי, און ואמרתם כה לחי, דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק במשנתו של התנא אלוקי רשב''י,
דער רבי האט זיך געשטעלט אז בראשית איז ר"ת אור תורת רבי שמעון בר יוחאי, רבי שמעון איז משפיע מ'זאל טון מצוות מיט א חיות און א שמנונות, דורכדעם גייט די קדושה פונעם נשמה אריין אינעם גוף, און דאס איז די גאנצע קיום אין גלות און דורכדעם האט מען זוכה געווען צו קבלת התורה.
דאס איז בר יוחאי שמן משחת קודש אז די זכות פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי ברענגט אריין א שמנונית אין א מצוה, און דורכדעם גייט אריין די קדושה פונעם נשמה אינעם גוף.
דער רבי האט געזאגט וקרבתנו איז בגי' שמעון בן יוחאי אין זכות פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי זענען אידן זוכה צו זיין חלק ה' עמו.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט אמר רבי עקיבא און די זמירות לכבוד היום.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש במשנתו של התנא אלוקי רשב''י,
דער רבי האט געטייטשט בדרך רמז פקודי ה' ישרים משמחי לב בגי' תנא רבי שמעון בן יוחאי, און דער רבי האט ארום גערעדט אז עניני גשמיות האבן א י-ה, ווי אכילה שתיה לינה, עניני רוחניות האבן א ו-ה, ווי תורה, עבודה, מצוה, און די שאלה איז נאר וועלכע קומט ערשט, קודם זאל דער אויבערשטער משפיע זיין גשמיות, אדער קודם רוחניות.
די שם הוי' האט קודם א י-ה, אז גשמיות דארף זיין קודם, דאס איז פיקודי ה' ישרים, די שם הוי' כסדרו, דאס איז משמחי לב.
היינט איז די יומא דהילולא קדישא פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, אלע אידן וואס קומען זיך מיטפרייען מיט די שמחה פון רבי שמעון שטייט דער תנא און ער בענטשט אידישע קינדער עס זאל זיי זיין גוט בגשמיות וברוחניות.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאך די דברות קודש האט מען ווייטער געזינגען ניגוני שמחה לכבוד היום, און רבינו שליט"א האט מעודד געווען די גאנצע ציבור לריקודים ברשפי אש.
דערנאך האט רבינו שליט"א געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ דקהלתינו הק' וומ"ס שליט"א.
נאכן בענטשן האט רבינו שליט"א פארטיילט כוס של ברכה.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מעריב אין היכל התורה היכל תהילות יוסף, פארן דאווענען האט רבינו שליט"א געצינדן לעכט לרגל יודהל"ק פון הרה''ק רבי מנחם מענדל מ'רימנוב זצוק''ל,
בעל תפילה: הרה"ח ר' דוד הערש מערץ הי"ו.
נאך מעריב איז רבינו שליט"א צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה,
נאך מעריב ארום 11:45 איז רבינו שליט"א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ רבי שמעי' גרינבוים שליט''א במח''ס סייתא דשמייא ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די סדר הלימודים אין מיידל שולע במשנתו פון רביה"ק זי"ע.
רבי שמעי' שליט"א האט געצייגט פאר רבינו שליט"א ספרו סייעתא דשמעי', און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן, און דערנאך האט דער רבי געוואונטשן פאר זיין ב"ב.
דערנאך האט זיך רבינו שליט''א אומגעקערט למעון קודשו אין קרית יואל.
"הוא ימליץ טוב בעדנו אדונינו בר יוחאי"
א גוטע נאכט.
~🌴~