מאנטאג בה''ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג בה''ב=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור,
ב"ר אוריאל שלמה מאסרי הי"ו,
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:45 זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה מתיבתא פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און און משמיע געווען דברי הדרכה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
=ליל ל"ג בעומר=
ביים זמן ר"ת האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד הגדול,
פאר מעריב האט דער רבי געצינדן פינף אויל לעכט לכבוד התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
נאך מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען צום עמוד און געציילט ספירה בהתלהבות אש.
נאך עטליכע קורצע מינוטן איז דער רבי ארויסגעקומען אויפן שטח הענקי שעל יד בית מדרשינו הגדול צום מעמד ההדלקה רבתי לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי במקהלות רבבות אלפי ישראל.
רבינו שליט"א איז ארויף אויפן בימת הכבוד, ווי דער רבי האט געטאנצן אויפן פלאץ פאר לענגערע מינוטן, דערנאך האט זיך דער רבי אראפגעזעצט און מען האט געזינגען ניגוני התעוררות. ארום 9:45 האט דער רבי אנגעהויבן די פלאמפייערדיגע דברות קודש ווי דער רבי האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון איז צוגעגליכן צו שבת און די כח פון שבת איז אז א זאך וואס איז עומד להיות איז ווי ס'איז שוין יעצט, און געזאגט אז די תורה הייבט זיך אן מיט בראשית ברא 'בראשית' איז ר"ת א'ור ת'ורת ר'בי ש'מעון ב'ר י'וחאי, און דאס איז געווען די תירוץ פון הקב"ה פאר די מלאכי השרת וואס האבן געפרעגט אז 'אתי למיחטא קמיך' האט הקב"ה געזאגט אז מיט די כח פון רבי שמעון בר יוחאי וואס איז בבחינת שבת קודש על שם העתיד, לעתיד לבוא גייט מען תשובה טון אויף אלע עבירות, און דער רבי האט געזאגט אז דאס די תורה פון רבי שמעון איז אונז מחזק און דאס העלפט אונז אדורכגיין די שווערע זמנים ווייל אונז ווייס מיר אז 'עוד ישבו זקנים וזקינות' ס'גייט נאך קומען גוטע צייטן, און דאס געט חיזוק אדורכצוגיין די שווערע זמנים.
היינט איז די יומא דהילולא פונעם הייליגן תנא
שטייט אין חתם סופר ל"ג עומר גי' אש להבה, מען צינדט אן מאורות ל"ג בעומר על שם העתיד פון די פייער וואס וועט זיין לעתיד לבוא, כי באש אתה עתיד לבנותה.
די ביהמ"ק השלישי ווערט אויפגעבויט דורך די תורה ומצוות פון אידישע קינדער, דאס איז נאר אויב מען טוט א מצוה מיט א ברען, מיט א פלאמפייער, ל"ג בעומר איז דער הייליגער תנא רבי שמעון משפיע א פייער פאר אלע אידישע קינדער זיי זאלן קענען טון מצוות מיט א פייער, און דורכדעם ווערט אויפגעבויט די ביהמ"ק השלישי.
דאס איז די גרויסע שמחה ל"ג בעומר על שם העתיד בבנין ביהמ"ק.
און דער רבי האט ממשיך געווען מיט בכיות אז בשעת די גרויסע שמחה דארף מען אבער מזכיר זיין פאר רבי שמעון, עס איז דא אסאך אידן וואס האבן צעבראכענע הערצער אין דברים קשים כגידין, אונז זעמיר יעצט ווייט פונעם ציון הק', אבער אין רוחניות איז נישט דא קיין ריחוק מקום, בעט מען אנהער זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם די מחסורו אשר יחסר לו, יעדעם איינעם וואס אים קוועטשט, וואס אים דרוקט,עס איז בכח פונעם הייליגן תנא משפיע צו זיין פאר יעדעם איינעם א ישועה בכלליות און א ישועה בפרטיות, ברוחניות ובגשמיות, אונז צינד מיר אן א מהדורת אש לכבוד התנא האלוקי, זאל עס זיין א בחינה פון אש אוכלה אש און עס זאל מכלה זיין די פייער פון דינים, אידן מוטשען זיך מיט רפואה, בגשמיות וברוחניות, אידן דארפן קינדער, פרנסה, שידוכים, נחת דקדושה.
און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט מען פארגעזעצט מיט לענגערע ניגוני התעוררות ווי רבינו שליט"א האט מוריד געווען נחלי דמעות.
דערנאך איז דער רבי צוגעגאנגן צום מדורה און ארויף אויפן ספעציעלען פלאטפארמע ווי מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דערנאך האבן די נדבני ההדלקה איבערגעבען זילבערנע קריגלעך מיט אויל פאר רבינו שליט"א, און רבינו שליט"א האט געגאסן די אויל אויפן מדורה, דערנאך האט די רבי אנגעצינדן די הדלקה.
נאכן אנצינדן האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ בהתלהבות אש לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, און האט געהויבן דעם ציבור זקנים עם נערים פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז רבינו שליט"א צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד ווי דער רבי האט זיך באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מבית יצחק דספינקא שליט"א און מען האט פארגעזעצט מיט די זמירות פון בר יוחאי, ואמרתם כה לחי, אמר רבי עקיבא,
דערנאך איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פאר נכד רבינו הילד בן הרב הערשל מייזליש שליט''א בן חדב''ן הרה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפל און ציצית, דערנאך האט דער רבי ממשיך געוועהן מיט די חאלאקעס פאר די אריבער זעכציג קינדער פון מוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק.
דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר און אנגעטוהן די קאפלעך און ציצית, פארטיילט ממתקים פאר די קינדער און אנגעווינטשן פאר די עלטערן און די זיידעס.
ארום 12:05 האט דער רבי פארלאזט די מעמד, און געוויזן פארן ציבור צו ממשיך זיין מיט די ריקודין.
נאכן מעמד הדלקה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת אור ישראל פון באסטאן אינאיינעם מיט די ראשי ישיבה און מגי''ש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
"אשרינו מה טוב חלקינו בהילולא דבר יוחאי"
~🌴~