זונטאג בה''ב
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג בה''ב =
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף קדושת יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יעקב קאפיל מעזעי הי"ו.
ב"ר מיכל פעלדמאן הי"ו.
ב"ר יוסף פעלבערבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז 11:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו לע''נ הרה''ח ר' עקיבא צבי גאנץ ע''ה - מלמד במוסדותינו הק' רבות בשנים, און ווערט אריינגעגעבן קומענדיגן מיטוואך נשא א' אינעם בנין הת"ת החדש "בנין קליין",
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און אנגעוואונטשן פארן נדבן.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו מאנטריאל, און ר' יחזקאל איסר בערגער הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
~🌴~