שבת קודש פרשת אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת אמור=
ארום 8:30 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' בנימין זאב שווארץ הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:05.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א - דומ"ץ בבי"ד שערי הוראה בבני ברק.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' שלמה געשטעטנער הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ולחם וקלי וכרמל לא תאכלו עד עצם היום הזה און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א - דומ"ץ דינוב ק"י.
ברכת המזון: נכד רבינו הרב ליפא טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הגה"ק בעל נודע ביהודה זצ"ל וואס די יארצייט געפאלט דעם מאנטאג י"ז אייר.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו - וומ"ס.
מען האט ממשיך געווען מיט תורתו מגן לנו לכבוד ל"ג בעומר וואס געפאלט די וואך.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:35.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' אשר יעקב עקשטיין הי"ו.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ חדב"ן רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א - מו"ץ בקהלתינו מאנסי.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו.
שלישי: הרה"ג ר' יחזקאל שווארץ שליט"א.
רביעי: ר' יעקב ביטמאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
חמישי: ר' מאיר לייב ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: ר' אברהם אלי' זאלדאן הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
הוספה: ר' מרדכי הערש בערגער הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
אחרון: ר' שלמה יוסף ראזענפעלד הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
מפטיר: הרה"ח ר' עמרם אונגאר הי"ו - מאנסי.
הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' שמואל לייבוש וויינבערגער הי"ו.
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי"ו - משב"ק.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יעקב בערקאוויטש הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' ישראל שלום אונגאר הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:25.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' יודל ברנ"ש שווארץ הי"ו.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' פנחס יוחנן ראטטער הי"ו.
כהן: הרה"ח ר' שלמה פנחס שעהנברוין הי"ו.
לוי: ר' יואל בר"ל אפפעל הי"ו - מאנסי.
שלישי: הרה"ח ר' שאול סטרולאוויטש הי"ו - מאנסי.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאטליעב הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א - מבארדיוב.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק בסוכות תשבו שבעת ימים און נאכגעזאגט פון הרה"ק בעל אור לשמים זצ"ל אז אפילו אויב האט מען אמאל געדארפט מאכן תעניתים און סיגופים כדי די תשובה זאל ניצן קען מען היינטיגע צייטן מיט בלויז אמונה אין הקב"ה זוכה זיין צו תשובה שלימה,
און זוהר הק' שטייט אז סוכות איז מען בצילא דהימנותא און מצוות סוכה איז משפיע אמונה פאר א גאנץ יאר,
האט דער רבי געטייטשט 'תורתו מגן לנו' אז מיט די תורת רבי שמעון אז סוכה איז משפיע אמונה 'היא מאירת עינינו' דאס לייכט אויף כלל ישראל ווייל אז מען האט אמונה ניצט תשובה אפילו אן קיין תעניתים און סיגופים.
ידיד נפש: הרה"ג ר' דוד הירש שליט"א.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ישראל ארי פישער הי"ו - ב"פ.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' בערל גלאנץ שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:45.
נאך הבדלה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה בעלזא פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש אינאיינעם מיט די מגי"ש,
דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און געגעבן א שמועס מיט דברי הכנה לקראת יו"ט שבועות, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
עס איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' נחמי' אלתר שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו.
ארום 12:40 האט זיך דער רבי משתתף געווען ביים שמחת הוואכנאכט לבן הנולד אצל הרב חיים מאיר שטיין שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, בבית חותנו הרה"צ ר' ישראל שמעון מאיר לייפער שליט"א - אדמו"ר מטעמעשוואר ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די חשובע זיידעס.
א גוטע וואך.
~🌴~