מיטוואך אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יוסף פאלאק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' משה בער ניישטאדט הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר לעווי הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע העשיל גאלדשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברמ"ח ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף אבני צדק בהנהלת הר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א.
ב"ר זלמן לייב פעקעטע הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד,
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מגי"ש, און פאר אלע בחורים,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז די זיבן וואכן פון ספירה זענען אנטקעגן די זיבעציג יאר פון א מענטש'ס לעבן, קומט אויס אז די צווייטע וואך וואס איז מידת גבורה איז אנטקעגן די בחור'ישע יארן וואס דאס קומט זאגן אז דעמאלטס איז די צייט זיך צו מתגבר זיין אויף די מידת הרעות וואס א מענטש האט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
אין די פארמיטאג שעות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א - מו"ץ ביהמ"ד מהרש"א, ואחיו הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו ע"פ אמם ע"ה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מקהל חסידי ירושלים שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די גרויסע הילולת הרשב"י אין מירון בפרט און אין די גאנצע וועלט בכלל,
דערנאך האט דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~