דינסטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' מענדל גרשון בר"ב פעלדמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף זרע קודש אויף די קארלסבורג גאס בהנהלת הר"ר יואל אשר ווידער שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר יואל שניטצער הי"ו.
דער רבי האט געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון הרה"ק בעל זרע קודש מ'ראפשיץ זי"ע.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדה"ק פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק נאכזאגענדיג פונעם הייליגן ראפשיצער רב זי"ע אז ער טייטשט 'מי שאמר לעולמו די' אז עולמו מיינט מען די עולם הזה און מען דארף זאגן פארן עולם הזה 'די' ס'גענוג, און מזאל זיך נישט נאכגעבן אלע תאוות עולם הזה, און דער רבי האט מעורר געווען זיך נישט צו לאזן נאכגעשלעפט נאך די תאוות אמעריקע, און געזאגט אז דאס איז נאר ביי גשמיות אבער רוחניות אדרבא דארף מען יא זיך נאכגעבן אלע תאוות און יא מקנא זיין א צווייטן און נאכטוהן א צווייטן בתורה וגמילות חסדים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים.
אין די נאכמיטאג שעות איז דער רבי אריבער אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' חיים הערש פריעדמאן הי"ו פון מאנטריאל - בעה''ב פונעם בארימטער אגרי סטאר בית השחיטה אין פאסטוויל אייווע ווי קהילתינו הק' שחט די גסות,
דער רבי האט צוגעוויזן די פילצאליגע חומרות מיט וואס די בית השחיטה באשטייט און ארומגעגאנגען פאר א לענגערע צייט אינעם גאנצן בית השחיטה.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בביתו נאוה קודש ווי הרבני הנכבד ר' חיים הערש הי"ו האט מנדב געווען דעם פאנטאסטישן סכום פון צען מיליאן דאלער! פארן בנין מקוה טהרה החדש וואס ווערט יעצט געבויעט אין ק"י,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ווי דער רבי האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה וואס דער נדבן האט צו מרבה זיין טהרה בישראל, און די חשיבות פון בויען א מקוה לטהרתן של ישראל,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און גאר ווארעם אנגעוואונטשן פארן נדבן שיחי' און זיין גאנצע משפחה ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רבי אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן.
ארום 6:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה די חברי הנהלת כולל שומרי החומות מקבל זיין ברכת הקודש פארן דינער השנתי וואס קומט פאר דעם דאנערשטאג נאכט אין וומ"ס,
הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א - דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה ד'קהלתינו, ומגבאי הכולל האט איבערגעגעבן א רעפאראט פאר רבינו שליט"א איבער די לעצטיגע פעולות הכולל, און דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת הקודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:30 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~