מאנטאג אמור
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אמור=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע שטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם שלמה בערנאטה הי"ו אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס ווי דער רבי איז געווען סנדק.
ארום 3:40 איז דער רבי אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט משמיע געווען די דרשת פתיחת הזמן פאר די אריבער 1,000 תלמידי המתיבתא.
דער רבי האט אנגעהויבן מיט דברי דרוש ואגדה אויף די וואכעדיגע סדרה,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט דברי הדרכה ומוסר פאר די בחורים לקראת זמן החדש, צווישן אנדערע איבער זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה סיי מיטהאלטן די שיעורי הישיבה און סיי מאכן די בחינות, און די זעלבע צו פאלגן די שמירת הזמנים סיי מיטן אויפשטיין פארטאגס און אזוי אויך א גאנצן טאג, און זען נישט אוועצוגיין פון ישיבה נאר לצורך גדול, און אזוי אויך צו לערנען ספרי מוסר וחסידות בקביעות,
און דער רבי האט מעורר געווען די בחורים איבער גיין אין מקוה יעדן טאג, און ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון די שבתים אין ישיבה, און איבער די דערהויבענקייט פון סעודת רעוא דרעוין, זיך אפהיטן פון די כלים - גרויסע און קליינע, און מחזק געווען די תקנה פון רביה"ק נישט צו דרייוון, און אוודאי נישט צו גיין צו חתונות, און די זעלבע צו תנאים'ס און שבע ברכות,
און מעורר געווען צו טוהן חסד איינער מיטן צווייטן סיי בדיבור און סיי מיטן גיין נאך געלט, און דער רבי האט צוגעענדיגט מיט דברי חיזוק פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז מען דארף זען אויסצוניצן די ימי הבחרות, און ארויסגעברענגט די זכי' וואס די בחורים האבן צו לערנען אין די ישיבה פון רביה"ק זי"ע, און דערנאך צוגעענדיגט מיט דברי ברכה.
דער רבי האט געענדיגט די דרשה ארום 4:30,
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה בהיכל הביהמ"ד אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, מען האט געענדיגט ארום 5:00 אזייגער.
זמני כניסה איז געווען פון 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו און ר' מאיר פאלקאוויטש הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
עס איז געקומען אויף א באזוך הרה"צ ר' טוביה שטערן שליט"א - גאב"ד מירון,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים און מעשיות פון מירון, ווי אויך האט דער רבי ארומגערעדט מיט געגועין איבער די גרויסע שבת אין מירון - שבת פקודי תשע"ו, און איבער די נסיעות פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע קיין מירון, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן מען זאל קענען שטיין על המשמר צו היטן אויף קדושת המקום.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~