מיטוואך אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך אח"ק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר ישראל מנחם זאב הירש הי"ו.
ב"ר מרדכי יצחק אייזיק לאנדא הי"ו.
ב"ר ליפא סאנדעל הי"ו.
מען האט געזאגט תחנון צוליב די יום המר והנמהר ה' אייר, און די קאפיטלעך תהילים פון קי"ט ביז אות מ' כהוראת רבינו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען לרגל די זמן החדש.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, אויך האבן שלום גענומען א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה וועלכע האבן זיך צוריקגעקערט פון די מקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די סדר הנסיעה ווי הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א האט אנגעפירט מיטן נסיעה.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:15 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' ישראל יודא ווערצבערגער הי"ו און ר' יושע זאב מיטעלמאן הי"ו,
און פון די מחותנים ר' מרדכי טוויל הי"ו און ר' ראובן אברהם מאלח הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~