דינסטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומ"ס) ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"צ אפענהיים הי"ו (ב"פ) ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף עצי חיים - שיעור ג' וועלכע זענען סטאנציאנירט אין ביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס.
ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן שטח פונעם בנין הישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
בהר"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א - מו"ץ בקהלתינו וומ"ס.
ב"ר חיים ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ טייטלבוים הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים ברוב עם ווי עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיטן רב הביהמ"ד הר"ר יחזקאל גליקמאן שליט"א ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארומיגע געגענטער.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
בעת די זמני כניסה זענען אריבערגעקומען די תלמידי כתה ט' פון מוסדותינו הק' אין וומ"ס וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים פארגאנגענעם יו"ט פורים פאר מוסדותינו הק',
דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים און א מתנה א זילבערנע בעכער פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער,
אויך איז פארגעקומען א כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גרשון האפפער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר אין בית מדרשינו אויף סאוט אכט,
דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות און געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די גאנצע משפחה, און פארן דומ"ץ הביהמ"ד הרה"ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט"א.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~