מאנטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג אח"ק=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בעק הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר נחמן קליין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 8:00 אזייגער איז דער רבי אנגעקומען צו די זאל שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א 'מעמד הכנה ומסיבת לחיים' לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א,
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די זכיה צו פארן צו אזעלכע הייליגע צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחיהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים,
דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' מענדל אפענהיים הי"ו און ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~🌴~