זונטאג אח"ק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג אח"ק=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו.
ב"ר שמואל משה עהרנפעלד הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 12:00 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
ארום 10:00 אזייגער האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים הר"ר יודא בער טעלער שליט"א און ר' ישראל שווארטץ הי"ו,
און פון די מחותנים ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו און ר' נפתלי חיים פריעד הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
ארום 11:40 איז געקומען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א,
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פונעם הייליגען רבי ר' אלימלך מ'ליזענסק זי"ע, ווי אויך איבער די פארלאפענע יו"ט פסח אין קאנאדע ווי עס איז געווען א בלעקאוט במשך די ערשטע טעג יו"ט,
דערנאך האט טאהש'ע רבי שליט"א ארומגערעדט בשבח פון קרית יואל, און האט שטארק מחזק געווען רבינו שליט"א צו שטיין ווייטער על המשמר לרומם קרן העיר,
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב, און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 אזייגער און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~