שבת קודש פרשת תזו"מ - שבת ר"ח אייר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת תזו"מ - שבת ר"ח אייר=
ארום 8:20 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: הרה"ח ר' עמרם אקער הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:50.
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:30 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א - חדב"ן.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א - ראה"כ וומ"ס.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן מדרש לא נתקררה דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון אין עשה דוחה ל"ת שיש בה כרת.
קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פון הרה"ק רבי שמעלקא מ'ניקלשבורג זצ"ל, און פון הרה"ק החכם צבי זצ"ל וואס די יארצייטן זענען געפאלן שב"ק ר"ח אייר.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו - וומ"ס.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 1:20.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:30.
ברכות ופסוקי דזמרה: הר"ר יוחנן העניך טייטלבוים שליט"א - ירושלים.
דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
צו חזרת הש"ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הרב יואל ט"ב שליט"א.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.
כהן: ר' ארי' כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
לוי: ר' דוד יצחק ברי"ב ווערצבערגער הי"ו.
שלישי: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
רביעי: הרה"ח ר' ירמי' בוכינגער הי"ו - וומ"ס. חמישי: הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו.
דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה ברח"י ווערצבערגער הי"ו - וומ"ס.
ר' עמרם אקער הי"ו.
ר' יואל בלייך הי"ו.
ר' אהרן זאלדאן הי"ו.
ר' ברוך יצחק ווערטהיימער הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו - וומ"ס.
אחרון: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א - מו"ץ.
הגבה: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו - מאנסי.
מפטיר: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו.
הגבה: הרה"ח ר' קלמן ווייס הי"ו - מאנטריאל.
גלילה: הרה"ח ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו - וומ"ס.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לכבוד שבת ר"ח.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל אלי' נידערמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק.
און די ברית לבן הנולד אצל ר' יונתן בנימין קויפמאן הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
~
ארום 7:05 איז דער רבי אריינגעקומען צום פרק פארלערנען,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ב' משנה ט' 'צאו וראו איזו דרך טובה שידבק בה האדם רבי אליעזר אומר עין טובה, רבי יהושע אומר חבר טוב, רבי יוסי אומר שכן טוב, רבי שמעון אומר הרואה את הנולד', ווי דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע אופנים בדרך דרוש ואגדה ומוסר,
מען האט געענדיגט ארום 8:00 אזייגער, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:15.
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו - ב"פ.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר ישעי' פייערשטיין הי"ו.
כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א - וומ"ס.
לוי: הרה"ח ר' ישראל אברהם שפירא הי"ו - שיכון סקווירא.
שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו - וומ"ס.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זאת תהיה תורת המצורע ווי די מדרש ברענגט די מעשה ברוכל אחד וכו' נצור לשונך מרע וכו' און ארויסגעברענגט אז דורכ'ן זיך אפהיטן די מויל פון רעדן שקרים און נזהר זיין במידת האמת ווערן די תפילת נתקבל און מען איז זוכה צו אלע השפעות טובות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הגה"צ אב"ד ור"מ וומ"ס שליט"א.
צו מעריב איז צוגעגאנגן הר"ר מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירת העומר.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:35.
א גוטע וואך.
~🌴~