פרייטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=פרייטאג תזו"מ=
~אדר"ח אייר~
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ישראל אלימלך ווייס הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען רביעי.
ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט חבורת ותלמידו בידו שע"י ישיבות קטנות - ק"י,
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה ווי מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזוי ווי יו"ט,
עס האט אויפגעטרעטן הר"ר אלכסנדר בר"ש לאנדא שליט"א - מנהל החבורה וועלכע האט פארגעשטעלט די צילן פון די חבורה, און ארויסגעברענגט די זכיה וואס די בחורים האבן צו פראווען א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבינו שליט"א,
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח און ניגוני דביקת התורה,
מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר"ר אלכסנדר לאנדא שליט"א,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אינעם מדרש די וואך 'אחור וקדם צרתנו' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון איבער'חזר'ן די אלטע לימודים און אוועקגעבן די פרייע צייט אויף לימוד התורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע בחורים,
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען הרבני הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומ"ס) - פטרון החבורה,
מען האט געענדיגט ארום 2:00 אזייגער.
א גוט שבת.
~🌴~