מיטוואך תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מיטוואך תזו"מ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
פארנאכטס האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו אין די זאלן פון עטרת פ"ז,
די בר מצוה בחור האט געזאגט די פשעטיל, און דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור.
זמני כניסה איז געווען פון 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט.
ארום 10:30 האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' יעקב קלעפנער הי"ו און ר' משה יצחק ראזענפעלד היו, אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
א גוטע נאכט.
~🌴~