פרייטאג בלק
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
פרייטאג בלק
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל
ר' צבי טובי' גדלי' עפשטיין
ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דער רבי האט געדאווענט שחרית און ישיבה גדולה סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים
ב"ר יחזקאל שרגא מערץ
ב"ר יצחק צבי בערקאוויטש.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעות האט זיך דער רבי באטייליגט ביים חומש סעודה פון תלמידי מוסדותינו הק' אין מאנסי אין די זאלן פון עטרת טשארנא.
דער רבי איז אנגעקומען צום מעמד ארום 12:30, און איז ענטפאנגען געווארן דורך די ילדי התשב"ר מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע.
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן פאר די קינדער און זייערע עלטערן.
נאך די לחיים האט דער רבי אויפגעטרעטן מיט דברות קודש לכבוד די חתני החומש.
דער רבי האט ארומגערעדט איבער די זכות פון די תינוקות של בית רבן, און דער רבי האט אויסגעפירט אז דעם זונטאג איז שבעה עשר בתמוז, און אין זכות פון תשב"ר איז מען אויסגעלייזט געווארן, און פארענדיגט מיט א יה"ר שהימים האלו יתהפכו לששון ולשמחה.
דערנאך איז דער רבי אריין אין א פריוואטע שטיבל און פארטיילט מטבעות פאר תלמידי המוסדות וואס האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות במשך די ימי הפורים העעל"ט.
~🌴~