דינסטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=דינסטאג תזו"מ=
פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר שלמה זעלקא מויזקאפף הי"ו.
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת עטרת תורה פון פלעטבוש און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד אור החיים ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק, דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה.
דערנאך ארום 12:30 איז דער רבי אנגעקומען אין הויף פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש אויף די פילמאר גאס ווי דער רבי האט געמאכט ברכת אילנות,
דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור און דערנאך עקסטער פאר הרה"ח ר' אברהם לייב הי"ו.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט.
זמני כניסה איז געווען פון 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און נאך מעריב צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה, און דערנאך ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מאיר אפעלדארפער ע"ה.
א גוטע נאכט.
~🌴~