מאנטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=מאנטאג תזו"מ=
~כ"ו ניסן - יומא דהילולא קדישא פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע~
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער בחורי הישיבות.
פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק.
דערנאך האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד און געדאווענט מיט גרויס התעורורות.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק',
מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דב"ק ודברי הכנה לפני עלי' לציון,
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק אחור וקדם צרתנו און געטייטשט במשנת בעל ההילולא,
דערנאך האט דער רבי ארום גערעדט איבער שיקן בחורים קיין ארץ ישראל, און ארויסגעברענגט אז די פראבלעם הייבט זיך אן ביים אוועק שיקן אין ישיבה קטנה און דורכדעם טרעפט זיך דער בחור אן קיין מסגרת נאך אפאר יאר און גייט קיין ארץ ישראל, דערנאך האט דער רבי דערמאנט די ביטערע גזירות החינוך וואס שוועבט אויף יהדות ניו יארק, און געוואונטשן שלא ירעו ולא ישחותו בכל הר קדשי, און פארענדיגט אז מען גייט ארויף צום ציון זאל מען זיך אויסבעטן אלעס גוטס פאר זיך, און פאר די גאנצע משפחה, און אלעס וואס מען דארף.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון הק' אינאיינעם מיט פילצאליגע תלמידי הישיבה ואנשי שלומינו, ווען דער רבי איז אנגעקומען צום בית החיים האט דער רבי געמאכט די ברכה ברכת מחיה המתים, דער רבי איז אריינגעקומען אין אוהל הק' און געצינדן פינף לעכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה שלום עליך המיוחס למרן בעל ישמח משה זי"ע, דער רבי איז געווען בעל תפלה, און געזאגט די קאפיטלעך פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און געזאגט די יהי רצון און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש, בשעת דער רבי האט געליינט די קוויטלעך האט מען געזינגן ניגוני התעורורות וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משטתח געווען אויפן ציון הקדוש פאר א לענגערע וויילע,
מען האט געענדיגט ארום 1:10.
פארנאכטס ארום 7:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן פינף ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לע"נ אביו רביה"ק זי"ע.
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום עריכת שלחן הטהור וסעודת הילולא ומגבית השנתי לטובת כולל עצי חיים,
תיכף ביים אריינקומען האט זיך דער רבי געוואשען, דערנאך האט דער רבי געמאכט די סיום אויף ששה סדרי משנה און א סיום הש"ס און דערנאך געזאגט קדיש, דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די סעודה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל', דערנאך האט מען אויפגעגעבן די ווייטערדיגע מאכלים, במשך די גאנצע טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגעין וואס מען פלעגט צו זינגען בבית מדרשו פון רבינו הק' בעל ההילולא,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א.
ארום 9:30 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די צענטראלע דברות קודש וחובת השעה און א לענגערע צייט ארומגערעדט במשנת בעל הילולא,
און ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון רביה"ק די בעל הילולא זי"ע בג' עמודי עולם, איבער זיין גרויסקייט אין תורה סיי זיין התמדת התורה און סיי זיין הרבצת התורה פאר די תלמידים, זיינע הייסע תפילות פארן עמוד, און געווען א אב הרחמן ללבות נשברות און פארטיילט ריזיגע צדקות ביודעים ובלא יודעים, און די עבודת הקודש לחזק ולרומם קהלתינו ומוסדותינו הק' איבער די גארער וועלט, און מחזק געווען די פילע מוסדות עטה"ק אין ארץ ישראל, און אין דעם דארף מען זיך מקשר זיין,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט באריכות איבער 'קרית מלך רב קרית יואל' וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע מיט א ציל פון הן עם לבדד ישכון צו זיין אפגעשיידט סיי פון די גויאישע גאס און סיי פון די אידישע גאס וואס זענען אנדערש במנהג ובפרט בהשקפה בעניני ציונית,
און ארויסגעברענגט אז רביה"ק זי"ע האט מייסד געווען די שטעטל על שמו ועל זכרו און די נאמען קרית יואל איז דא כמה ענינים לטיבותא, סיי דאס איז מגין אויפן שטאט בזכותו הקדוש, און ווי אויך איז עס א סגולה מרחיק צו זיין אז פרעמדע זאלן נישט וועלן קומען וואוינען דא,
און דער רבי האט ארומגערעדט אז ברוך השם די שטעטל איז זיך צעוואקסן לארכה ולרחבה און מען ציעט זיך ארויס ארום און ארום, אבער מדארף וויסן אז די כח הקדושה האט נישט קיין גבול און אפילו מען וואוינט אין די גלילות פון ק"י איז מען א געהעריגע תושב ק"י און מען דארף זיך פירן ווי א תושב ק"י ברוחניות ובגשמיות, און ווער סוויל נישט וואוינען אין ק"י זאל נישט קומען וואוינען אין די גלילות אויך נישט, און מ'זאל זיך פירן בהשקפת רביה"ק זי"ע אין אלע הינזיכטן הן בנוגע ציונית און הן בנוגע די איבריגע זאכן וואס דער רבי זי"ע האט שטארק מקפיד געווען,
און דער רבי האט געבעטן אנשי שלומינו תושבי הגלילות זאלן אנריפן די שטחים מיטן נאמען ק"י און דורכדעם וועט שורה זיין א קדושה אויפן פלאץ,
דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער כולל עצי חיים וואס איז נתייסד געווארן דורך רביה"ק בעל הילולא זי"ע לשמו ולזכרו פון אביו מרן בעל עצי חיים זי"ע און שטייט היינט בנשיאות אחיו הרה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זען ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען, און מסיים געווען בברכת קדשו.
מיט ברכת המזון האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א.
נאכן סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב אין חדר אברהם יודא, און צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד.
מען האט געענדיגט ארום 11:00 אזייגער.
"זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל".
א גוטע נאכט.
~🌴~