זונטאג תזו"מ
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=זונטאג תזו"מ=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחורים,
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
ב"ר יעקב בערגער הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל שטיינמעץ הי"ו.
דערנאך האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון מרן בעל דברי חיים זי"ע.
נאכן דאווענען זענען אריין בקודש פנימה א קבוצה חתנים מתלמידי ישיבה סניף ויואל משה לרגל דאס אפרייזן קיין אייראפע למקומות הקדושים,
דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט די פרטי הנסיעה און ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין חדר אברהם יודא לרגל די יומדה"ק פון מרן בעל דברי חיים זי"ע,
מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר יוסף לייב קאהן שליט"א,
דער רבי האט געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור,
דערנאך האט דער רבי פארציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט,
מען האט געענדיגט ארום 12:20.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש אויף צאנז קט. פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן לעכט לרגל די יומדה"ק פון מרן בעל דברי חיים זי"ע.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געצינדן לעכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די יומדה"ק פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און נאך מעריב געציילט ספירה.
נאך מעריב האט דער רבי געליינט די תנאים פון די מחותנים ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו - לאנדאן און ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו,
און פון די מחותנים ר' אביש אקער הי"ו און ר' הערשל בראדער הי"ו,
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.
דערנאך איז געווען זמני כניסה ביז ארום 11:30,
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א חדר שינה אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יע"א.
א גוטע נאכט.
~🌴~