שבת קודש פרשת שמיני - מבה"ח אייר
באריכטן ·
🌴בצל הקודש🌴
=שבת קודש פרשת שמיני - מבה"ח אייר=
ארום 8:05 איז דער רבי אריינגעקומען צו מנחה ערב שבת קודש, ווי דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד.
קבלת שבת: ר' יחיאל רובין הי"ו.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:40.
נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די אפיעל פאר ישיבה באר מרדכי עטה"ק אין בית שמש.
דערנאך איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 אזייגער איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות.
מיט אשת חיל האט דער רבי מכבד געווען דעם אייניקל הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א - חדב"ן.
מיט הגבהת הכוס איז מכובד געווארן הר"ר קלמן האלבערשטאם שליט"א - אב"ד צאנז ק"י.
די חלה האט פארמאגט א פארעם פון א שליסל כנהוג בשבת נאך פסח,
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצה כנהוג בשבתים בין פסח לשבועות.
מיט כל מקדש האט דער רבי מכבד געווען הר"ר קלמן האלבערשטאם שליט"א.
מנוחה ושמחה: הרב חיים מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
דערנאך האט דער רבי געזאגט תורה אויפן פסוק ותצא אש מלפני ה' און עס אויסגעטייטשט בדרך דרוש אינעם סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א - מו"ץ.
ברכת המזון: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דערנאך האט דער רבי דערציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ה ניסן, און דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט איבער די שטארקע דביקות פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע צום הייליגן צאנזער רב זי"ע.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א - מו"ץ.
מען האט אויפגעגעבן פירות און די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען שיריים.
אז ביום השביעי: הר"ר חיים אלישע שטערן שליט"א - רב דקהל חסידים בעיסוואטער.
מען האט געענדיגט די טיש ארום 2:15.
~
=וביום השבת=
דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 9:40.
ברכות ופסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו - וומ"ס.
דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו תפילת שחרית.
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו.
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
כהן: ר' יואל ברמ"י מאשקאוויטש הי"ו.
לוי: ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א.
רביעי: הגה"צ רבי יואל מייזליש שליט"א, בן הגה"צ אב"ד קהלתינו מאנטריאל שליט"א.
חמישי: ר' מאיר דוד ווייס הי"ו, ווי דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט.
שביעי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו.
אחרון: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו.
מפטיר: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו.
גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שווארטץ הי"ו.
נאכן ליינען האט רבינו שליט"א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעורורות.
צו תפילת מוסף איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק זי"ע.
פתיחה צו אנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו - אסטראליע.
מען האט געענדיגט ארום 12:35.
~
דער רבי איז אריינגעקומען צו תפילת מנחה ארום 8:00 אזייגער.
צום עמוד איז צוגעגאנגען ר' נטע מאיר דאווידאוויטש הי"ו - ירושלים.
ביים ליינען איז מכובד געווארן,
הוצאה והכנסה: ר' יעקב יודא ווייס הי"ו - וומ"ס.
כהן: הרה"ח ר' יחיאל יצחק כהנא הי"ו.
לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו.
שלישי: הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א.
דער רבי איז געגאנגען הגבה.
גלילה: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען מיט אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו.
שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק זה הדבר אשר צוה ה' תעשו, און ארויסגעברענגט אז דורך לימוד התורה ושמירת הדיבור קען מען זוכה זיין צו קענען מבחין זיין בין מצוה לעבירה און נישט ווערן איבערגערעדט פונעם יצר הרע וואס פרובירט צו פארבן די עבירות פאר מצוות.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
קל מסתתר: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו - וומ"ס.
דער רבי האט געבענטשט על הכוס.
הגבהת הכוס: הרה"ג ר' נתן דוב שווארץ שליט"א - מו"ץ.
צו מעריב איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדה"ק פון רביה"ק זי"ע, און נאך מעריב געציילט ספירה פארן עמוד.
נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה.
נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך.
מען האט געענדיגט ארום 10:15.
א גוטע וואך.
~🌴~